Jewish Media
2.76K subscribers
6.12K photos
6.91K videos
397 files
1.08K links
Get viral videos, humor, and all sorts of entertainment-related media.

Feedback and advertising: @Z9FeedbackBot

Directory: @Z9Network
Download Telegram
Channel name was changed to «Jewish Media»
Jewish Media
Major Changes Coming to This Channel Celebrating our growing community Everything Jewish will rebrand itself as Jewish Media, with a new logo profile, and new inflow of photos, videos, links and other posts. How do you feel about the changes? Please provide…
As promised yesterday, and as voting strongly by our dear subscribers and supporters, we will henceforth be known as "Jewish Media", with this new profile.

Enjoy our growing flow of content.
A #DonaldTrump Lisence Plate

@JewishMedia
#NewYorkObserver Endorses #OliverRosenberg For #USCongress In The 10th congressional district primary.

@JewishMedia
אינגערמאן, היט אפ דיין געלט!

א וויכטיגע לעקציע וואס דארף געגעבן ווערן פאר אונזער קאמיוניטי, איז די ענין פון שפארן געלט.

די סיבה כ'ברענג ארויפ די וויכטיגע נושא, איז היות ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א פרישע שנה ראשונה אינגערמאן. ווי מער כ'האב גערעדט מיט אים, אלץ מער האס איך געמיינט כ׳טאנץ ארויס פון מיין הויט. ער האט נישט געוויסט די חשיבות פון געלט, ס׳איז אים נישט אנגעפאלן צו טראכטען אויף א רעגענדיג טאג, אלץ וואס די בעה"ב האט אים געצאלט חודש'ליך איז געווארן ארויס געפליקט אויף שוואויל-טאג און שטותים. פון גרויסע קאוועס אינדערפרי (האסט מיין ווארט, גיס דארט אריין Y&S Coffee. ער וועט נישט וויסן די נפק״מ, דער עיקר אז ס'קומט אין א גרויסע פארפירענע קאפ מיט א דעקל...), ביז פרעסן מיט חברים ביינאכט אין טייערע רעסטעראנען. די ציל איז געווען אז סוף חודש זאל ער בלייבן מיט א גרויסע זירא אין די טשעקינג אקאונט.

דער דורכשניטליכע אינגערמאן וואס טרעפט א דזשאב אין א מזלדיגע שעה, און דארף ליעסן א קאר, תיכף לויפט אים די קאפ אויפ א SUV, ער טראכט נישט אפילו פון א געהעריגע קאר. וואס הייסט? ער מאכט דאך 6 מאות א וואך... דער אינגערמאן איז א מומחה אין מאכן חשבונות פארוואס ער דארף דעם SUV און פארוואס עס לוינט זיך. ס'קאסט ס"ה הונדרעט מער א חודש, דאס קומט אויס 25 א וואך, 4 טולר א טאג. נו כ'מעג מיר פארגינען 4 טולר א טאג. העכטצענס וועל איך פאר דער חשבון מער נישט קויפן יעדער אינדערפרי מיין אויבען-דערמאנטע brewed coffee...

(כ׳וועל נישט אריין גיין אין די פאקט אז חוץ בארא פארק, וויליאמבורג, מאנסי ומאנרוי, איז כמעט נישט געהערט געווארן די מציאות פון ליעסן קארס, א חוץ ביי די גאר רייכע. יא יא, איר הערט גוט! די דורכשניטליכע גוי וואס מאכט דאפעלט דיין מאגערע פעי-טשעק, און זיין לעבן קאסט אים וויניגער ווי האלב פון דיינס, איז פערפעקטלי אקעי מיטן קויפן די ליעס קאר וואס דו האסט אויסגעפליקט פאר צוויי יאר. אונזער אינגערלייט פאלט נישט איין פון קויפן א גענוצטע קאר, אדער .inancing, ער האט קיינמאל געמאכט די חשבון וועלעכע איז טייערע אדער ווי מ'שפארט געלט. סאיז א אוטעמאטיש ריפלאקס: "ליעס".)

מטראכט נישט, ווי גייט די געלט? איז דא בכלל א באנק אינוואלווד? מווייסט מדארף יעדער חודש צאלן 400 פאר א קאר, אזוי ווי רענט.

זאגט מיר א אינגערמאן לעטצענס אז ער וואינט אין א 3 רומיגע דירה מיט 5 קינדער, אבער ער זוכט א גרעסערע דירה מיט א פלעי רום, א גרויסע דייניג רום. כ'פרעג אים מיטן גאנצע תמימות "האסט ב"ה באקומען א נייע דזאב? סאיז דא א שפע?" "ניין, כ'בין געווארן עפרווד אויף סעקשען 8, כ'קען זיך ערלויבן גרעסער. ביז יעצט צאל איך 2,000, יעצט אז סעקשען 8 גייט מיר צאלן 1,500, דארף איך א דירה פאר 3,500."

די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלען. סארא טיפוש דער אינגערמאן איז! ס'איז דיר נישט אנגעפאלן אוועק צו לייגן חודשלך 1,500? ס'איז דיר גאנץ באקוועם אין די יעצטיגע דירה, איז עפעס א חיוב אז די טשעיס אקאונט זאל זיין סוף חודש א זירא באלאנס? עטץ כאפסט ווי אזוי דער אינגערמאן'ס קאפ איז געווייערד? ממש א הימל געשריי!

די זעלבע אינגערמאן טוט זיך אויף אז ער גייט יעדער יאר זומער אין קאנטרי, און זאגט מיט א געווינס אז די טעקס ריטערן דעקט עס פונקטליך. ער טוט זיך אויפ אז ער איז א אויסגערעכענטע, ס'קאסט נישט קיין פעני מער ווי די ריטורן. קאמאן! דו ווייסט אז אין 5 יאר ארום הייבסטו אן חתונה מאכן? ס'איז דיר בייגעפאלן פון אוועק לייגן? אדער דו שארסט זיך שוין יעצט צו צום עסקן ער זאל מאכן א פיינע טיי אווענט...

נאך א שגעון: שנה ראשונה וואקאציע. מ'גייט קיין ארץ ישראל. מ'גייט ווייזן דעם ווייב ווי גוט מ'קען די מדינה נאכן שטיפן די צייט דארט דריי יאר. כמעט נישט שייך די טריפ זאל קאסטן וויניגער ווי 8 אלפים. די טיקיטס אליין קאסטן א הון רב, מוז איינשטיין אין די וואלדארף עסטאריע ווייל זיי האבן דארט א שענדעיליער פון איטאליע, און נישט פארגעסען אז דינגען א קאר מוז אויך זיין א ראק ענד רויל קאר ווייל אנדערש איז עס נישט וועקעישאן, און אפגערעדט ווי מ'גייט עסען אין די טייערעסטע רעסטעראנען וואס גראף פאטאצקי האט זיך קוים ערלויבט.

זעה חלק ב' נעקסט

Credit: http://goo.gl/jn32EE @JewishMedia
Jewish Media
אינגערמאן, היט אפ דיין געלט! א וויכטיגע לעקציע וואס דארף געגעבן ווערן פאר אונזער קאמיוניטי, איז די ענין פון שפארן געלט. די סיבה כ'ברענג ארויפ די וויכטיגע נושא, איז היות ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א פרישע שנה ראשונה אינגערמאן. ווי מער כ'האב גערעדט…
פון ווי נעמט דער אינגערמאן די געלט פארן וויעקעישען? איז אזוי, קודם כל מ'ליידיגט אויס די גאנצע סעווינגס וואס דער מיידעל האט אריין געברענגט צום חתונה (טאמער די טאטע האט עס נאך נישט גע'לקח'נט), און די רעשט קומט פון דרשה געשאנק און אביסעל טאקע צאלט אמעריקען עקספרעס. דו קענסט מיר מסביר זיין פארוואס מ'קען נישט גיין וועקעישאן דא אין די סטעיטס? מ'מוז אויסליידיגן יעדער פרוטה מ'פארמאגט?

רבותי, כ׳האב שוין נישט קיין כח צו שרייען. כ'קען אנגיין מיט משלים ביז די טינט וועט אויס גיין. היוצא לנו מכל זה, אונזער אינגווארג האט נישט קיין בלאסן איינונג איבער די חשיבות פון געלט. ביזן חתונה באקומען מען אלץ מיט א זילבערענע לעפעל, און נאכן חתונה קנאקט מער ארויס יעדער פרוטה וואס קומט אריין, אז סוף חודש אין א בחינה פון בגפו יבא בגפו יצא. מ'דארף לערנען אונזערע קינדער אז מ'דארף נישט האבן אלץ וואס די שכן האט, ס'איז פארהאן א זאך ווי א אינוועסטמענט, פראביר אריין צו לייגן ערגעץ געלט, ס'וועט וואקסן וגו׳. מ'דארף זאגן פאר די קינדער, טאמער האסטו א אייפאון 5 איז עס גוט. דו מוזט נישט האבן די 6 צוזאם מיט Tim Cook. דו מוזט נישט האבן די שענסטע קאר אויפן בלאק.

Credit: http://goo.gl/jn32EE @JewishMedia
How much do you love your phone @Z9.mp4
35.5 MB
How much do you love your phone?

Credit: @JewishMedia
Mazel Tov to the wedding of levi leifer

@JewishMedia
Want maternity for half the price? Now is the time!
Get all maternity of this season and beyond for half off with this buy-one-get-one special!